Banner
Banner

Galleries

Banner
Banner
Banner
Banner

Currency Right

מלכות שבתפארת

Attention: open in a new window. PDFPrintE-mail

מן הסתם בין איך נישט קיין איינציגער יחיד וועלכער האט זינט די הייליגע (בצירה) סקווערע הדלקה אביסל אומגעקוקט וואס א פנים מיר חרדי'שע אידן האבן איבער דער עלעקטראנישער מעדיא. און פאר דיע וועלכע קוקן נישט: די גוטע נייעס איז: דאס אונזער הלוך ילך אינטרעסירט די וועלט גאר ווייניג, און ניין און ניינציג פראצענט פון די ווידיאו סחורה אויף די וועב איז היימישע (בטלניש) ארבעט און הערויפגעלייגט ביי די צדיקי הדור'ס פראמאטערס צו אימפרעסן די אייגענע עוברים על החטא הידוע פון איסור האינטרנט ר"ל. 

נו תכלית, וואס זעהט מען?  יא, מען קען זעהן די צדיקי ומורי הדור (בארעא דישראל ובגולת אמריקע) אין טאפ-פארם, און ווי מען זאגט אין אראביש 'מאבסוט-חאללאס', זיצן אויף אפריקאנער סטיל טראללאללה אויסגעטשעטשעטע שטוהלן און האפקען שטייענדיג, אנגעליינד  און זיצנדיג  איבער זייערע חמשה עשר, פורים גדול וקטן אדער אנדערע יומי דפגרא מכל טוב אל יחסרנו טישן. נאטורליך אונטערגעהאלטן מיט די קול תודה וקול זמרה פון פיהל פאכיגע געפאקטע, באונצי סטיל פארענצ'עס.   און אין די לעצטע תקופה האט מען אויך געמאכט א תיקון גדול, מען הייסט זיי די בחורים נישט שאקלען מער ווי לולבים היבשים פון די אלטע צייטן, נאר ווארפן מיט די קעפעליך, מנענע זיין די געגרייזלטע פיאה'ליך און שפרינגען געזונט און פריש אין דער הויך, שתים למעלה ואחת למטה וואס איז טאקע מער טראנס'עדיג, און אויך א ווערטפולע עקסערסייז אויסצוגלייכן די איינגעבויגענע פלייצעס פון די דאזיגע באריהמטע מתמידים וואס צדיקי הדור טוהען מיט גרויס מיה און עקספענס חאווען בלעה"ר לאלפים.

מען קען אויך זעהן, וויפיל מאהל מען וויל, אין פריוואט, אהנע געדרענג  די נשמה'דיגע קליפס פון די רבי'שע ריקודי מצווה. אשרי עין ראתה אלה:     רועי ישראל האלטן איש איש כמנהג אבותיו הקדושים ווייסע און שווארצע גארטלען כאורך הגלות און טאנצן און לויפן לויפן און טאנצן איבער די ווייסע ספרעדס פאר זייערע כלות כאיילות פון די לעכטיגע הייליגע אייניקליך.   פשיטא, מען קען מערקן עיין בעיין אויף די הייליגע געזיכטן אונטער די סאמברערא סייז שטריימלען דאס זיי זענען דבוק בהשי"ת בכל עת ורגע און ברענען כלפידי אש קודש וכו', אזוי ווי ס' ווערט געברענגט בארוכה אין די כשר'ע שריפטן ווי דער איד, בלאט, כל העולם כולו וכדומה. אבער דער עיקר העניין איז דאס מען קען דארט זעהן, וואס ס'הייסט אידישע כוחות און מעכטיגע כשרונות, די מחשבה וואס מען לייגט העריין אין די  געטיילארעד טיש חאלאטן פון די צדיקים.  די דאזיגע קורטיין-פאבריק גארמענטס מיט די אינק בלו סטראקעס ליגן בלעה"ר ווי געגאסן פנים ואחור כפתור ופרח, און די פלאטינום און גאלד דעזיינס טוהען קאמפלימענטן די גרויע שייד'ס פון די וואויל געקעמטע דיוקנא קדישא'ס פון מאורי החסידות ומנהיגי הדור, ואשרינו שזכינו

און אויב איינער איז אזא טיפש און נאך אלס אין ספק צו חסידות האט געוואונען, קען ער דא און דארטן זעהן די בילדער פון די בתי מדרשים וואס די צדיקי הדור האבן זיך מהודו ועד כוש אויפגעשטעלט פאר זייער הימל רייסענדע דאווענען און די הייליגע טישן

דא קען מען טאקע זאגן: אין כסף נחשב למאומה.   למשל אין סקווערער שטעטל, וואס איז באהערשט פון דלות עניות ואביונות אויף די נידעריגסטע שטופע, און דער אינקאם פון די איינוואוינער לויט די סטאטיסטיקס איז פון די גאר גאר נידריגסטע אין גאנץ אמריקא, ליגט אין דעם רבי'ס שול פיהל מער געלט ווי עס ליגט אין מנהעטן'ס פינפטע עוועניו שול אוואו די וועלטס מולטי מיליאנערן און ביליאנערן דאווענען

דער זעלבער זאך חזר'ט זיך איבער אין דער קבצן'ישער וויז'ניץ, דלפון'ישער סאטמאר, שנארער'ישער בעלז, מחוסר לחם'דיגער טאהש און אוואו נישט.  איך האב זיך איין נאכט אוועקגעזעצט קראצן מיין אלטן אונגארישער נארישער קאפ, און העריינגעטראכט: ריבונו של עולם, אויב שוין יא אזא יופי, אזא עקסטראואגאנזע.. נו פארוואס מוזן נעביך די אלע הייליגע צדיקים בניהם וחזניהם פרעשערן און טעראריזירן און אפילו פארברענען זייערע ארימע חסידים כדי זיי זאלן נישט אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש?! טאקע פארוואס?! נאר מען מוז זאגן דאס עפעס איז דאך חולה אין דעם געשעפט

מען מוז נישט זיין קיין ערשט קלאסיגער בקיא בתולדות החסידות צו וויסן וועגן דעם שטורעם וואס ס'איז געווען אקעגן דעם הייליגן רוז'ינער'ס הנהגה וועלכער האט געפיהרט זיין הויף מיט עשירות ווי א (מלך אביון) גראף'ס הויף. ווען רוב רובם פון צדיקי הדור האבן געהאלטן פאר די אויגן דעם פסוק פון "אל תשמח ישראל אל גיל כעמים" הושע ט

און ווער עס וויל וויסן דעם אמת ווייסט דאס רוז'ין האט יונק געווען זייערע עשירות פון רייכע אידן וועלכע וואלטן אנדערש פארקראכן צו די משכילים. און דאס זייערע הויפן זענען אויך נישט געשטאנען צווישן די חאטקעס פון זייערע ארימע חסידים

מה גם דאס מען ברויך זיין א קאמפלעטער שוטה צו פראפאזן כאילו: דער דאזיגער הנהגה גיבט אונזערע פיהרערס בזמן הזה עפעס א משא פנים ביי די פרייע אידן אדער די באהערדע פון וועם זיי זענען יונק די פאנדס, חסד לאומים וואס ווערט געגיבן צו פארלייכטערן די עניותאון איגנאראציע פון זייערע אפגעריסענע חסידים,  און בלויז דער איין איינציגער באשעפער (און אפשר אויך דער קעשיר אין צוריך) ווייסט וואס ס'ווערט געטוהן מיט די אלע געלטער

יעדער בקיא בהוויות העולם ווייסט דאס דיע אלע מלכות בקודש'ן ברענגען אונז קיין שום כבוד נישט, נאר פארקערט, ס'שרייט צוריקגעשטאנענע קארופציע און אמאציאנאלע פרימיטיווע גראבקייט

אבער, אונזער ביטערער גרויסער אבער: ס'איז נישטא אויף וואס צו רעדן ווייל סאיז נישטא מיט וועם צו רעדן והשם ירחם 

Add comment


Security code
Refresh